לדלג לתוכן

באל-פאוינט פעדער

פֿון װיקיפּעדיע

א באל-פאוינט פעדער איז די מאדערנע שרייבן אינסטרומענט זינט איר אויסטרעף אין 1938. די פעדער פארמאגט א באל וועלכע זיצט אין א סאקעט צו בלאקירן די טינט פון ארויסרינען אין דרייט זיך ווען מען שרייבט און דורכדעם קומט שטענדיג ארויס פרישע טינט.


די באל-פאוינט פעדער איז אויסגעטראפן געווארן דורך אן אונגארישער שרייבער לאסלו ביראו, א דזשורנאליסט וועלכער האט געשריבן א גאנצן טאג. ביראו האט געליטן פון אויסגעטרוקענטע פעדערס און האט אפטמאל געהאט פעלער ווען זיין טינט האט אויסגערינען און זיין ארבעט איז געגאנגן א גאנג.

אין א געוויסן טאג האט ביראו באזוכט א דרוקעריי אין בודאפעסט און באוואונדערט וויאזוי די פאפירן וואס ווערן געדרוקט קענען באלד גענוצט ווערן וויבאלד די טינט דערפון טרוקנט זיך אויס גאר שנעל. אזויפיל האט ער געוואוסט אז מען קען אזא טינט נישט נוצן אין א פעדער וויבאלד אלע טינט וועט אויסטרוקענען. אבער ער האט באשלאסן אז וועט דאס דורכברעכן און האט אנגעהויבן אריינלייגן זיין קאפ וויאזוי ער קען יא נוצן די סארט טינט אין א פעדער און עס זאל דאך נישט אויסטרוקענען אדער ארויסרינען.

ער האט זיך געפלאגט עטליכע וואכן און איז אויפגעקומען מיט דעם געלונגענעם באל-פאוינט געדאנק. די באלפאוינט האט געברענגט צוויי לעזונגן אויפאיינמאל: עס האט בלאקירט די טינט עס זאל נישט קענען ארויסרינען און האט קאנטראלירט די ארויסרינונג פון טינט דורכ'ן שרייבן.

ביראו האט געוואוסט אז ער האט אויסגעטראפן עפעס א קנאק אבער האט דאס ערשט גענוצט פאר זיך אליינס און דאס געוויזן צו זיין ברודער דזשארדזש א כעמיסט.

אינמיטן די ברען פון די צווייטע וועלט קריג, אין 943', האבן זיך די צוויי ברודער געוואנדן צו די אייראפעאישע פאטענט אפיס און געוויזן דעם אויסטרעף און באקומען א פאטענט רעכט ביז געציילטע שטונדן. זיי האבן זיך באלד גענומען צו די ארבעט און אנגעהויבן פראדוצירן א צאל פון די פעדערס, וועלכע זיי האבן גערופן ביראו פעדערס, און דאס ארומגעטראגן ווייזן ווי אימער זיי האבן געקענט צו מאכן געלט. דער געווינטשענער טאג איז אנגעקומען און די בריטישע רעגירונג האט זיך דערוואוסט דערפון און געשיקט א דעלעגאציע קיין אונגארן, אלעס אינמיטן די קריג, מיט א פארלאנג אפצוקויפן די פאטענט רעכט פון די צוויי ברודער. זיי זענען איינגעגאנגן אויף א געשעפט און די בריטישע האבן באלד אנגעהויבן פראדוצירן די ביראו פעדערס און דאס פארשפרייט אין די ראיעל נעיווי וועלכע זענען געווען די ערשטע דאס אויסצופרובירן.

די מלחמה האט געברענט און דער פארמעסט פאר נייע טעכנאלאגיעס האט אויך געברענט און עס האט נישט געדויערט לאנג ביז אויך די אמעריקאנער האבן זיך דערוואוסט פון דעם ספעציעלן באלפאוינט פעדער און אין 945' האט א כעמיסט מיט'ן נאמען מילטאן רינאולדס אנטוויקעלט א מער פארגעשריטענער טינט און פארקויפט 10,000 פון זיינע פעדערס אין עטליכע וואכן פאר $10 יעדע איינע (דאס איז געווען א גרויסע סכום געלט פאר א פעדער אין יענע צייטן).

די נייע פעדערס האבן נאך געהאט קליינע פראבלעמען און דאס איז געלעזט געווארן דורך א פראנצויזישער כעמיסט מיט'ן נאמען מארסעל ביטש, וועלכער האט ערצייגט א באלפאוינט פעדער וועלכע האט נאר געקאסט עטליכע פראנק. ער האט גערופן זיינע פעדערס "BIC" אלס א קורצער דערמאנונג פון זיין נאמען. די ביק פעדערס זענען פארקויפט געווארן אין די מיליאנען איבער גאנץ אייראפע באלד נאך די קריג און 10 יאר דערויף האט מען דאס אנגעהויבן פארקויפן אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין אמעריקע האט ביק געהאט אסאך קאנקורענט ווען צענדליגער פירמעס האבן פראדוצירט פארשידענע סארט באלפאוינט פעדערס. ביק האט גענוצט די טעלעוויזיע צו אדווערטייזן אירע פעדערס פאר 29 צענט א שטיקל און האט צעביסלעך אריינגעשניטן אין די מארקעט ווערנדיג די גרעסטע פעדער פארקויפער אין די וועלט. ביי די ענדע פון די קאמפיין האט שוין א ביק פעדער נאר געקאסט 10 צענט פער שטיקל.

די איבעריגע איז היסטאריע. ביק איז פארבליבן די גרעסטע פעדער פראדוצירער אין די וועלט פראדוצירנדיג ביליאנען פעדערס פער יאר.


דער באלפאוינט דעזיין

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער שליסל צו א באלפאוינט דעזיין איז פארשטייט זיך די באל וועלכע איז דער איינציגער פארמיטלער צווישן די טינט אינעם פעדער און די פאפיר. די באל דרייט זיך פריי און ברענגט ארויס די טינט ווערנדיג נאכאנאנד געפיטערט פון די טינט רעזערוואר וועלכע איז געווענליך א שמאלע פלאסטיק רער וועלכע לויפט אין די הייך פון דעם פעדער.

די באל ווערט געהאלטן אין פלאץ ביים שפיץ דורך א סאקעט און טראץ וואס עס ליגט שטייף האט עס גענוג פלאץ זיך צו דרייען ווען מען שרייבט דערמיט. ווען מען הייבט אן שרייבן אויף א פאפיר טוט די פאפיר דרייען די באל וועלכע ברענגט ארויס מיט יעדן דריי די טינט וועלכע ווערט אראפגעפירט מיט די כוח פון גראוויטי. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז די באל טוט צוויי זאכן: עס ברענגט ארויס די טינט פון אינעווייניג און אין דער זעלבער צייט האלט עס אפ די לופט פון אריינגיין אין דעם פעדער וואס וואלט אויסגעטרוקענט די טינט.

עס זענען פאראן פארשידענע סייזעס פעדערס וואס מיינט אז די באל אינעם פעדער איז קלענער אדער גרעסער. ווי גרעסער די באל איז אלס א ברייטערע ליניע שרייבט עס. די סייזעס הייבט זיך אן פון פאוינט איין מילימעטער און ענדיגט זיך ביי פאוינט זיבן מילימעטער. צום ביישפיל א פאוינט פינף מילימעטער מיינט אז עס שרייבט א ליניע פון 0.5 מילימעטער ברייט.


אנדערע סארט באלפאוינט פעדערס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווי דערמאנט ווערט די טינט אין א פעדער אראפגעשיקט דורך די כוח פון גראוויטי און אזוי ווערט די באל שטענדיג געפיטערט מיט טינט ביז דאס לעצטע ביסל קומט ארויס. אבער אויב מען זאל נעמען א פעדער און עס ארויפטראגן אין ספעיס וועט עס נישט ארבעטן ווייל אין ספעיס איז נישט פאראן קיין גראוויטי און די טינט וואלט נישט ארויסגערינען. האט מען ערצייגט א ספעיס פעדער אין וועלכע די טינט ליגט אין א קליינע לופט דרוק טאנק און אזוי יאגט עס ארויס די טינט.

וויבאלד עס ווערט ארויסגעשיקט מיט לופט דרוק קען עס זיין בעסער פארמאכט וואס מיינט אז די טינט קען זיך לענגער האלטן. א נארמאלע פעדער האלט 2 יאר ביז די טינט אינעווייניג טרוקנט אויס. מען שאצט אז א ספעיס פעדער קען האלטן 100 יאר אבער עס איז נאך נישט דא ווער עס זאל עס איבערצייגן ווייל דער פעדער עקזיסטירט נישט מער ווי 20 יאר.

אין די 980' יארן האבן כעמיסטער ערצייגט א באל-פאוינט פעדער וועלכע'ס טינט קען אויסגעמעקט ווערן. דאס איז געווען די ערטשע אזא ערפינדונג. ביז אהין האט מען אלע יארן געוואוסט אז וואס עס ווערט געשריבן קען נישט אויסגעמעקט ווערן. דער פעדער איז די זעלבע נאר די טינט אינעווייניג איז פון אן אנדערע סארט. אנשטאט טינט פון אויל איז עס געמאכט פון ראבער צעמענט וועלכע איז נישט קיין פערמענאנטע טינט נאר לאזט איבער א צייכן וועלכע קען גרינג באזייטיגט ווערן וויבאלד עס קלעבט נישט און איז מער פליסיג. אבער אויך די סארט טינט האט א שיעור און נאך 10 שטונדן טרוקענט עס אויס און מען קען עס מער נישט אויסמעקן.